עינת כּדר
די ייִנגסטע טאָכטער נעמיס, עינת כּדר, איז אַ וויצעפּרעזידענטקע פֿון דער דירעקטאָרן־קאָלעגיע. דאָס האָט עינת אויפֿגעשטעלט די נעמי־פֿונדאַציע און געהאָלפֿן זי פֿירן בשעת דער ערשטער צײַט; זי מיט איר משפּחה האָבן אַוועקגעשטעלט דאָס גערעם פֿון דער פֿונדאַציע און פֿאַרנעמט זיך ווײַטער מיטן פֿורעמען איר צוקונפֿט.
עינת שטודירט אינעם מעדיצינישן פֿאַקולטעט א״נ סאַקלער פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק און דער אַמעריקאַנער פּראָגראַם פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערטיסעט. איידער זי האָט אָנגעהויבן שטודירן מעדיצין, האָט עינת געאַרבעט ווי אַ קלינישער געהילף־פֿאָרשער בײַם
מעמאָריאַל־סלאָון־קעטערינג־שפּיטאָל און שטודירט אינעם נאָכבאַקאַלאַווער־פּראָגראַם פֿאַר ביזמעד־סטודענטן פֿון גאַוטשער־קאַלעדזש. עינת האָט אַ באַקאַלאַווער פֿונעם בראַון־אוניווערסיטעט, וווּ זי האָט זיך אָפּגעגעבן דער הויפּט מיטן ענין געזונט אין די זיך אַנטוויקלענדיקע לענדער, בפֿרט אין שײַכות מיט געזונט פֿון דער פֿאַרמער־סיסטעם און געזונט פֿון פֿרויען. ווי אַ טייל פֿון די לימודים איז זי געפֿאָרן קין טײַלאַנד און דרום־אַפֿריקע, ווי אויך געוווינט עטלעכע חדשים אין אינדיע.
עינת וווינט אין תּל־אָבֿיבֿ.
מײַן מאַמעס לעבן האָט מיך אינספּירירט און מאָטיווירט צו שאַפֿן די פֿונדאַציע. איך האַלט, אַז איר לעבנסגאַנג, איר טיפֿע מאָראַל און איר איבערגעגעבנקייט איז כּדאַי צו געבן דער גאַנצער וועלט.
די מעגלעכקייטן אויף די תּחומים וווּ מיר שטיצן די אַרבעט זענען אין לשער, וואָס אי דאָס שרעקט מיך אי דאָס גיט מיר צו כּוח. די גרעסטע מעגלעכקייט, דאָס האַרץ פֿון דער גאַנצער אַרבעט, איז דאָס העלפֿן די וואָס טוען מעשׂים־טובֿים, זיי זאָלן עס טאָן אויפֿן סאַמע ברייטסטן שטח.